Pinned Tweet
סובסקרייבט און בלייבט אינפארמירט.
מוזמנים לעקוב!! 👇
@Published_I
הרבנים הגאונים הצדיקים בני כ"ק האדמו"ר מסקווירא מערקט לייביש'ל ביים קאר פילטער דרייוו אין שיכון סקווירא, וואו זיי האבן אנגענומען דעם כשרות זיגל פאר'ן קאר פונעם בארימטן עסקן הר"ר דוד חיים הערמאן הי"ו, מגדולי עסקני חצר הקודש סקווירא, וועלכער דינט אלס קביעות'דיגע דרייווער פונעם רבי'נס קינדער.
קאנגרעספרוי עלעקט קעיט קאנלי, וועלכע האט געוואונען די פארמעסט אין ניו יארק דיסטריקט 17, האט זיך אויסגעדרוקט דורכאויס אן אינטערוויא אז הלוואי זאל זי קענען נאכמאכן דעם איבערגעגעבענע ארבעט וואס דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן מייק לאלער האט דעליווערט פאר די ארטיגע בירגער אונטער זיין פירערשאפט.
בארימטער משמח אלוקים ואנשים ר' יעקב יוסף לאנגזאם, מערקט לייביש'ל היינט נאכט ביים 'לב לילד אווענט' פראבירנדיג אריינצושלעפן די אקטועלער ר' אליעזר קרויס פונעם בארימטן 'שריפט' אויסגאבע, צו די פאפולערע 'מאמענט' מאגעזין (קרעידט: יוחי סופר)
ס'איז איבעריג צו זאגן אז "לייביש נייהויז" איז עפעס מאסיוו. אין לויף פון בלויז עטליכע וואכן, האט עס שוין אריבערגעשטיגן די פינף-און-זיבעציג טויזנט וויאוס - שטייענדיג ביי 75,693.
כפים ללייביש'ל 👏🫡
כדבר איש אל רעהו: כ"ק האדמו"ר מלעלוב בר אילן מערקט לייביש'ל אויף א לאקאלע באס אין ירושלים, אין א שמועס בעבדות השם מיט א בחור'ל כאחד האדם.
בקודש פנימה: כ"ק האדמו"ר ממבקשי ה' אויף א באזוך היינט ביי כ"ק האדמו"ר מפאפא, לקראת די געהויבענע שבת די וואך אין שטאט וויליאמסבורג.
נאכדעם וואס די וויילער האבן באשולדיגט זיינע פאליסיס אין די הויכע געז פרייזן און די שטייגענדע קאסטן, האט פרעזידענט טראמפ צוריקגעענטפערט מיט א שארפקייט: "עטס האטס נאר ענק אליין צו באשולדיגן!" | זשורנאליסט קעיטלין קאלינס פון CNN באריכטעט
כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א די וואך ביים פארליינען די תנאים פון נכדו החתן בן חדב"ן כ"ק האדמו"ר מקרעטשניף טשערנאוויץ, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מסאווראן ביתר (צילום: מאיר שמחה שטיגליץ)
לייביש'ל ווייסט צו דערציילן אז דער מאחנובקא רבי וועט קומען צו פארן קיין ניו יארק נאך פערציג יאר זינט דאס לעצטע מאל וואס דער רבי האט מיטגעהאלטן א שבת אין שיכון סקווירא, אינעם ערשטן יאר נאכן געקרוינט ווערן אלס רבי.
א מאסיווע אדווערטייזמענט פארן היינטיגן לשון הרע דור... אבער דער נעקסטער וואס גייט דאס נאכמאכן, גייט שוין כאפן פעטש 🤣😂🤣
מעיטוב בטליתו: דער בארימטער פילאנטראפ און תומך תורה ר' יוסי איצקאוויטש מערקט לייביש'ל אין די פריע פארטאגס שעה'ן, ביים עוסק זיין בלימוד התורה נאכ'ן דאווענען.
כ"ק אדמו"ר ממבקשי השם הגה"צ רבי אשר ישראל ליסאואר שליט"א, מערקט לייביש'ל אינעם עירפארט, וואו די רבי האט געצייגט די 'שמירת עיניים' ברילן, ווי עס פאסט פאר א מבקש השם.
באישון ליל מערקט לייביש'ל הרבני הנגיד ר' בערל פערלשטיין ווי ער זיצט און הארעוועט בלימוד התורה בין כותלי ביהמ"ד.
לקראת די יערליכן קאמפיין, איז הנהלת וועד הרבנים אריינגעגאנגען בקודש פנימה צו כ"ק האדמו"ר מקרעטשניף י"ם, מקבל צו זיין ברכת קדשו להצלחת המגבית. די עסקנים האבן איבערגעגעבן פארן רבי'ן א קוויטל מיט די נעמען פון די גרעסערע תורמים, וועמען דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.












